וואשינגטאן – מיט דערלייכטערונג האט מען נעכטן געהערט, אז די פעדעראלע רעגירונג וועט צושטעלן די נויטיגע געלטער, אז די פעדעראלע אוויאציע אדמיניסטראציע זאל נישט מוזן זיך גענצליך אפשפארן אין געציילטע וואכן ארום, נאר וועט קענען ווייטער אנגיין מיט אירע פונקציעס. די "עף-עי-עי" איז געקומען אונטער שטארקע קריטיק פון פילע קאנגרעסלייט און סענאטארן, וועלכע טענה'ן אז מען דארף גרונטליך רעפארמירן די אוויאציע אגענטור, און דעריבער האט זיך געשאפן אזוי, אז געצוימטע געלטער זענען באשטעטיגט געווארן פאר דער אגענטור, און עס איז געווען געסקעדזשועלט אויף מערץ 31 אז די אגענטור וועט אפלויפן פון געלט. למעשה האט קאנגרעס אריינגעלייגט פולע פאנדינג פאר די עף-עי-עי אין איר נייעם גרויסן 1.3 טריליאן דאלארדיגן בודזשעט, און די עף-עי-עי וועט קענען אנגיין אמווייניגסטנס ביז סעפטעמבער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל