וואשינגטאן – אין אן אינטערוויו מיט "ען בי סי ניוז", האט דער עף-בי-איי דירעקטאר קריסטאפער רעי געזאגט, אז די אגענטור האלט אצינד אינמיטן אויספארשן איבער דריי טויזנט אקטיווע טעראר קעיסעס איבער'ן לאנד, וואס אלע דערפון זענען ערנסטע סכנות פאר'ן לאנד, און נעמען אריין אייסיס סטראשונקעס און פלענער, און אויך דאמעסטישע טעראריסטן, דאס הייסט אזעלכע וואס האבן זיך אליינס ראדיקאליזירט. דירעקטאר רעי אנערקענט אז דער ציפער איז פיל העכער ווי דער פובליק האט ביז יעצט געוואוסט, און ער האט צוגעלייגט אז דאס איז צוליב די שטייגנדיגע איינפלוס פון ראדיקאלע איסלאם, זאגנדיג אז דאס איז א פראבלעם וואס פלאגן קליינע שטעטלעך פונקט אזוי ווי די גרויסע פארנומענע סיטיס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל