וואשינגטאן – נעכטן נאכט האט מען געהערט, אז דער געפאר פון א מעגליכן שאטדאון פרייטאג צונאכטס איז פאראיבער, נאכדעם וואס קאנגרעס האט זיך געגרייט צו שטימען אויף א מאסיוון 1.3 טריליאן דאלארדיגן בודזשעט ביל. קאנסערוואטיווע קאנגרעסלייט האבן זיך באקלאגט אז דער ביל באדייט אז די פעדעראלע רעגירונג וועט שפענדן גאר אסאך געלט און וועט אויפשוועלן דעם פעדעראלן דעפיציט, און מען האט אויך געהאט געהערט אז פרעזידענט טראמפ ברויזט אויפ'ן פאקט אז דער ביל אנטהאלט פיל ווייניגער געלט ווי די 25 ביליאן דאלאר וואס ער האט געוואלט באקומען פאר דער גרעניץ וואנט. למעשה אבער זענען די פארשידענע זאכן אוועקגעמאכט געווארן, און קאנגרעס האט זיך געגרייט צו שטימען צו פארמיידן א שאטדאון.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל