וואשינגטאן – "סי-ען-ען" באריכטעט, אז ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, האט שוין געשיקט א ליסטע מיט דעטאלן און פראגעס וואס ער וויל פערזענליך פרעגן טראמפ. די הויפט זאך אין וועלכע מוללער איז פאראינטערעסירט, איז דער פאקט אז פרעזידענט טראמפ האט געשפילט א ראלע אין פאבריצירן א פאלשן סטעיטמענט מיט א יאר צוריק, ווען עס זענען אויפגעדעקט געווארן דעטאלן איבער א זיצונג פון דאנאלד טראמפ דזשוניאר און א רוסישע לויערקע וועלכע האט פארשפראכן אז זי ברענגט שמוץ אויף הילערי פון דער רוסישער רעגירונג. אויסער דעם וויל מוללער הערן איבער טראמפ'ס אויפזאגונג פון געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל