וואשינגטאן – ווייסע הויז קוועלער געבן איבער, אז פרעזידענט טראמפ האט אינערליך פארשפראכן אז ער וועט כאפן דעם שולדיגן פארשוין וועלכער גיט ארויס האקעלע דעטאלן און אינפארמאציע פון ווייסן הויז. זיין סטראשע איז געקומען נאכדעם וואס עס איז ארויסגערונען צום וואשינגטאן פאוסט אז טראמפ'ס נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער האבן אים געווארנט נישט צו גראטולירן פוטין פאר זיין וואל-געווינס, בעפאר א געסקעדזשועלטע געשפרעך מיט פוטין דינסטאג פארמיטאג – אבער טראמפ האט איגנארירט די אנווייזונג און יא גראטולירט פוטין. עס זענען בלויז פארהאן א געקליבענע צאל ווייסע הויז איינגעשטעלטע וועלכע האבן געזען די ווארענונג וואס טראמפ'ס ראטגעבער האבן געשריבן פאר אים, און טראמפ האט געזאגט אז ער וויל דערגיין ווער עס ליעקט ארויס אזעלכע האקעלע זאכן פאר די מידיא.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל