וואשינגטאן – ערשיינענדיג נעכטן פארנט פון דער "סענאט ארמיי קאמיטע", האט דער פיר-שטערנדיגער גענעראל דזשאוסעף וואטעל געזאגט, אז עס איז בכלל נישט ווייט פון רעאליטעט צו זאגן קלאר, אז דער סירישער דיקטאטור באשאר אסאד האט שוין געוואונען די בלוטיגע בירגער קריג אין זיין לאנד, צולייגנדיג אז אסאד האט דאס באוויזן מיט דער הילף פון רוסישע און איראנער קרעפטן. וואטעל האט זיך אויך אנטזאגט צו ענטפערן, צו אמעריקע האט נאך בכלל א ציל פון ארויסזען אסאד פון דער מאכט אין סיריע, זאגנדיג אז דאס מיליטער'ס הויפט ציל איז צו באזיגן אייסיס.

דער פאקט אז אזא הויכראנגיקער גענעראל, וועלכער קאארדינירט אמעריקע'ס מיליטערישע שריט אין סיריע, זאגט אפן אז אסאד האט מער-ווייניגער געוואונען די סירישע בירגער קריג, איז א שטארקער קלאפ פאר די לעצט-פארבליבענע רעבעלן וועלכע פרובירן נאך צו קעמפן אין אזעלכע ערטער ווי דער גועטא ראיאן נעבן דמשק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל