לאנדאן – א רוסישער ביזנעסמאן, וועלכער איז געווען נאענט פארבינדן מיט א פראמינענטן קעגנער פון דער רוסישער רעגירונג, איז געשטארבן אין לאנדאן, און די ארטיגע פאליציי האבן געעפנט אן אויספארשונג, נאכדעם וואס דער אורזאך פון זיין טויט איז אומקלאר. די רעדע איז פון ניקאליי גלושקאוו, וועלכער איז געווען זייער נאענט באפריינדעט מיט באריס בערעזאווסקי, א אידישער רוסישער אליגארך און ביזנעסמאן וועלכער איז שפעטער ארויסגעקומען אלס גאר שארפער קריטיקירער פון דער רוסישער רעגירונג, און בערעזאווסקי איז געפונען געווארן נישט-לעבעדיג אין לאנדאן אין יאר 13'. פאליציי זאגן אז עס איז נישט קלאר צי גלושקאוו'ס טויט האט עפעס שייכות מיט דער פאר'סמ'ונג פונעם געוועזענעם רוסישן שפיאן סערגעי סקריפאל פון איינס און א האלב וואך צוריק, אבער זיי שליסן נישט אויס די מעגליכקייט.

אפדעיט:
23 רוסישע דיפלאמאטן זענען היינט ארויסגעווארפן געווארן פון ענגלאנד, צוליב די פאר'סמ'ן פון די דאפעלטע שפיאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל