וואשינגטאן – אין די לעצטע טעג האט זיך געשטארקט דער דרוק אויף מער און מער דעמאקראטישע פאליטישאנס, ארויסצוקומען אויפ'ן שארפסטן פארנעם צו פארדאמען דעם קאנטראווערסיאלן ראדיקאלן לואיס פאראקאן, דער שווארצער פירער פון דער "נעישאן אוו איסלאם" גרופע. דער סקאנדאל איבער דער פריינטשאפט צווישן פילע דעמאקראטישע פאליטישאנס און פאראקאן איז פארשטארקערט געווארן, נאכדעם וואס עס איז פארשפרייט געווארן א ווידעא פון א רעדע וואס פאראקאן האט געגעבן עטליכע וואכן צוריק, אין וועלכן ער רעדט גאר ווילד און דריקט זיך אויס מיט אנטיסעמיטישע סטעיטמענטס.

צווישן אנדערן האט פאראקאן געזאגט "די מאכטפולע אידן זענען מיינע פיינט", און אויך אז "אידן זענען פאראנטווארטליך פאר אלע שמוץ און שמוציגע אויפפירונג אין אמעריקע".

בילד




קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל