וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט, אז טראמפ׳ס לויערס ווילן אז ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, זאל מסכים זיין שנעל צו ענדיגן זיין אויספארשונג, אויב וויל ער פערזענליך אויספרעגן פרעזידענט טראמפ. לויט'ן באריכט, זאגן אפאר פון טראמפ׳ס לויערס, אז אויב מוללער איז מסכים צו ענדיגן זיין אויספארשונג גענוי זעכציג טעג נאכדעם וואס ער פרעגט אויס טראמפ, וועלן זיי מסכים זיין דערצו. דער באריכט לויטעט אבער אז עס זענען דא מיינונגס פארשידנהייטן צווישן טראמפ'ס לויערס, ווען אנדערע לויערס פונעם פרעזידענט ווילן אויך שטעלן גרעניצן איבער וועלכע פראגעס מוללער וועט אים מעגן פרעגן, און אנדערע ווילן בכלל אז טראמפ זאל אינגאנצן אפזאגן מוללער'ס פארלאנג צו ווערן אינטערוויואירט, וויסנדיג אז טראמפ וועט אריינפאלן אין א ליגנט-נעץ.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל