וואשינגטאן – א פרישע באריכט צייגט אז הויכראנגיקע טראמפ קאמפיין באאמטע האבן געשטופט דעם קאמפיין ראטגעבער, דזשארדזש פאפאדאפולוס, צו מאכן קאנטאקטס מיט דער רוסישער רעגירונג. פאפאדאפולוס האט זיך דערקלערט שולדיג מיט א פאר חדשים צוריק, אין דער אנגייענדיגער אויספארשונג דורך ראבערט מוללער, זייענדיג מודה אז ער האט ליגנט געזאגט ווען מען האט אים געפרעגט איבער זיינע קאנטאקטן מיט רוסישע באאמטע. ווען פאפאדאפולוס איז געקלאגט געווארן, האט אים טראמפ פרובירט אראפצומאלן אלס סתם א נידריגער קאמפיין געהילף, אבער די פרישע אויפדעקונג צייגט אז ברייען לאנזא, א הויכראנגיקער באאמטער אינעם קאמפיין, האט געגעבן דירעקציעס פאר פאפאדאפולוס, אז ער זאל רעדן צו די רוסן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל