אהייא – א פרישע אנקעטע צייגט, אז א מערהייט אמעריקאנער בירגער ווילן אז די פעדעראלע רעגירונג זאל איינשטעלן שטארקערע גאן קאנטראל געזעצן, און דאס נעמט אויך אריין א מערהייט מענטשן וועלכע זענען אליינס אייגנטימער פון גאנס. די אנקעטע פון "אסאסיעטעד פּרעס" צייגט, אז 69 פראצענט אמעריקאנער, אריינגערעכנט א מאיאריטעט גאן אייגנטימער און ארום האלב רעפובליקאנער וויילער, שטיצן שטארקערע גאן קאנטראל, וואס באדייט אז די צאל אמעריקאנער בירגער וועלכע שטיצן היינט צוטאגס מער גאן קאנטראל, איז געשטיגן מיט אכט פראצענט זינט אקטאבער יאר 16', און מיט פערצן פראצענט מער זינט אקטאבער יאר 13', צייגנדיג אז ס'איז דא א פרישע נאציאנאלע באוועגונג פאר גאן קאנטראל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל