וואשינגטאן – ווייסע הויז קוועלער זאגן, אז די מעלדונג פון פרעזידענט טראמפ אז ער ווארפט ארויס זיין נאציאנאלן זיכערהייט ראטגעבער, עיטש אר מעקמעסטער, און ער נעמט אויף אנשטאט אים דעם קאנסערוואטיוון אנאליסט, דזשאן באלטאן, איז געקומען ווי א גרויסע איבערראשונג אפילו פאר די העכסט-ראנגיקע ראטגעבער אין דער טראמפ אדמיניסטראציע. לויט די ווייסע הויז קוועלער, האט דער ווייסער הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, געוואלט ווארטן ביז עס וועלן ארויסקומען די "אינספעקטאר דזשענעראל" באריכטן איבער די לוקסוס שפענדונגען פון וועטעראנען-אנגעלעגנהייטן סעקרעטאר דעיוויד שאלקין און האוזינג סעקרעטאר בען קארסאן, און ערשט דערנאך אויפזאגן זיי ביידע אינאיינעם מיט מעקמעסטער, נאר טראמפ האט אויף זיין אייגענע האנט באשלאסן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן נישט צו ווארטן, און ער האט דאנערשטאג געמאלדן אז מעקמעסטער גייט און ער נעמט באלטאן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל