לאנדאן – די הנהלה פון דער "יסודי התורה" מיידל שולע אין לאנדאן, ענגלאנד, האבן אויסגעדרוקט אנטוישונג און זארג, איבער דעם וואס די ערציאונגס באאמטע, באקאנט אלס "אפסטעד", זענען געקומען דורכפירן א פרישע גאר אגרעסיווע אינספעקציע אויף דער שולע, טראץ וואס זיי האבן שוין געהאט דורכגעפירט אן אינספעקציע מיט צוויי וואכן צוריק. לויט די אפסטעד פריאריטעטן, ווערט די "יסודי התורה" מיידל שולע באצייכנט אלס "גוט", וואס באדייט אז זי דארף דורכגיין אן אינספעקציע בלויז איינמאל יעדע פאר יאר, אבער אצינד זענען די אינספעקטארס צוריקגעקומען בלויז נאך צוויי וואכן פון די פריערדיגע, אויספרעגנדיג די טיטשערס און אנדערע איינגעשטעלטע אויף אן אגרעסיוון פארנעם. הרב אברהם פינטער הי"ו, מנהל המוסד, האט זיך געוואנדן מיט א בריוו צו פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי, אז זי זאל אינטערווענירן אפצושטעלן די רדיפות.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל