דער גרינדער און פירער פון דער עלעקטרישער קאר-פירמע 'טעלסא', אילאן מאסק, איז אפגעפלויגן קיין מדינת ישראל מיט'ן צוועק צו פארהאנדלען מיט אן ארטיגער היי-טעק פירמע איבער קויפן איר 'קלוגער טעכנאלאגיע'.

מאסק האט אויסגעדריקט זיין אינטערעס אין די 'קלוגע' פראדוקטן פון דער 'קארטיסא' קאמפאני, וועלכע אנטוויקלט טעכנאלאגיעס וואס פונקציאנירן ענליך צו א מענטשליכן מוח, וועמענס דערפינדונגען ער האט האפט אריינצושטעלן אין צוקונפטיגע טעסלא-אויטאמאבילן.

לויט געוויסע באריכטן האט דער טעסלא-גרינדער, וועלכער איז צווישן אנדערן פארבעטן געווארן אויף א פרישטאג מיט'ן פרעמיער מיניסטער, אויך אפגעהאלטן געשפרעכן מיט'ן טראנספארטאציע מיניסטעריום איבער אימפארטירן טעלסא קארס קיין מדינת ישראל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל