דער רוסישער פרעזידענט איז גאר ווייט פון א שונא ישראל, זאגט דער הויפט רב פון רוסלאנד, הרב בערל לאזאר.

די באמערקונג האט הרב לאזאר געמאכט זייענדיג צוגאסט אין ארץ ישראל, וואו ער האט זיך באצויגן צו דעם סטעיטמענט וואס פוטין האט געמאכט דורכאויס א געשפרעך מיט אן אמעריקאנער טעלעוויזיע-קאנאל אין וועלכן ער האט צווישן אנדערן געזאגט אז די אנגעבליכע 'העקינגס' דורכאויס די אמעריקאנער וואלן האבן געקענט קומען אויך פון "רוסישע אידן".

נאכ'ן אנווייזן אויף פוטינ'ס פרא-אידישן רעקארד, אריינגערעכנט אלס דער ערשטער רוסישער פרעזידענט זיך צו באטייליגן ביים חנוכת הבית פון א בית המדרש אין לאנד, האט הרב לאזאר באהויפטעט אז פוטין האט אויסגערעכנט א צאל ברירות פון מעגליכע מקורות צו די העקינגס אויסער דער רעגירונג, און האט דארט אויסגערעכנט עטליכע מאכטפולע אזעלכע גרופעס אין רוסלאנד, אריינגערעכנט אידן, "וואס ווערן אין רוסלאנד באטראכט ווי גאר סאפיסטיקירטע מענטשן."

הרב לאזאר האט אנגעוויזן אז רוסישע אידן, וואס קענען די ארטיגע קולטור, האבן נישט געזען די באמערקונג אלס אנטיסעמיטיש, און צוגעלייגט אז דער רוסישער פרעזידענט איז געווען דער ערשטער צו דערקלערן אז אידן האבן גלייכע רעכטן מיט נישט-אידן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל