וואשינגטאן – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן געמאלדן, אז ער וועט זיך טרעפן מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין אין דער נאענטער צוקונפט. טראמפ האט געזאגט פאר רעפארטערס אינעם אוועל אפיס פון ווייסן הויז, אז ער האט טעלעפאנירט פוטין, כדי אים צו גראטולירן פאר'ן געווינען די רוסישע פרעזידענט וואלן זונטאג, און בעיקר איז דער טעלעפאנישער געשפרעך געווען צו דיסקוסירן זייער צוקונפטיגער צוזאמטרעף.

טראמפ האט ארויסגעברענגט אז ער וויל אדרעסירן מיט פוטין דעם אנגייענדיגן אומאפיציעלן "וואפן פארמעסט", וואס האט זיך אנטוויקלט צווישן אמעריקע און רוסלאנד, דערמיט וואס פוטין האט ארויסגעשטעלט א סעריע נייע פארגעשריטענע מיסילס און וואפן אין די לעצטע פאר וואכן. טראמפ האט אנערקענט אז פוטין האט ביי זיין וואל-זיג רעדע געזאגט, אז ער זוכט בכלל נישט קיין וואפן פארמעסט מיט אנדערע לענדער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל