קאנסערוואטיוון ברויזן אויף פרעזידענט טראמפ איבער זיך בייגן צום בודזשעט ביל
טראץ וואס דער פרעזידענט האט ביז די לעצטע מינוט געסטראשעט אז ער וועט נישט אונטערשרייבן דעם שפענדונג ביל וואס קאנגרעס און סענאט האבן באשטעטיגט דאנערשטאג ביינאכט, האט ער אבער שפעט פרייטאג מיטאג דאס אונטערגעשריבן. ברענגנדיג קריטיק פון די קאנסערוואטיוון וועלכע זאגן אז ער האט דערמיט געצייגט אז ער האלט נישט באמת ביים האלטן ווארט און בויען א וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא.

דער פרעזידענט האט געזאגט אז טראץ וואס ער איז אומצופרידן פונעם ביל וויבאלד עס שטעלט נישט צו קיין פאנדן פאר׳ן גרעניץ וואנט האט ער דאס אונטערגעשריבן וויבאלד דאס וועט שענקן גרויסע געלטער פאר די מיליטער וועלכע נויטיגט זיך דערין. אבער די וואשינגטן פאוסט האט באריכטעט אז דער פרעזידעט איז איבערצייגט געווארן דורך זיין שטאב עס צו אונטערשרייבן נאכדעם וואס מען האט אים געזאגט אז אויב גייט אריין אין קראפט א שאט-דאון וועט ער נישט קענען פארן אויף דאטשע צו זיין מאר-א-לאגא רעזארט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל