א מיליאן אמעריקאנער מארשירן אין שטיצע פון שטרענגערע גאן קאנטראל
דעם שבת איז פארגעקומען אין וואשינגטאן א מארש וואס פילע באצייכענען אלס איינע פון די גרעסטע דעמאנעסטראציעס אין אמעריקאנער היסטאריע, ווען א געשאצטע 800,000 מענטשן האבן מארשירט פארנט פונעם קעפיטעל געביידע אין די ״מארש פאר אונזער לעבן״ וועלכע איז ארגאניזירט געווארן דורך איבערלעבער פון די ברוטאלע שיסעריי אין די סטאונמען דאגלעס שולע אין פארקלענד פלארדיע מיט א חודש צוריק.

די ראלי אין וואשינגטאן איז געווען די צענטראלע ראלי, און די וועלכע האבן אויפגעטרעטן זענען געווען בלויז יוגטליכע סטודענטן אונטער 21 יאר. די צענטראלע מעסעדש פון די ראלי איז געווען אז די יוגנטליכע וועלכע באקומען די וואל רעכט זאל לייגן דרוק אויף זייערע פאליטישע ערוויילטע צו איינשטעל שטרענגערע גאן געזעצן און גענצליך פארבאטן סעמי-אויטאמאטישע וואפן.

טראץ וואס די ארגאניזירער האבן געזאגט אז די ראלי איז אומפארטייאישע און האט נישט קיין פאליטישע אגענדע, האט זיך אנגעזען א שטארקע קעגנערשאפט צו די רעפובליקאנער און צו פרעזידענט טראמפ אקעגן וועם א גרויס טייל פון די רעדעס זענען געווען געוואנדן.

אויסער די ראלי אין וואשינגטאן זענען פארגעקומען אין די זעלבע צייט אויך מארשן אין צענדליגע שטעט איבער אמעריקע, און עס ווערט געשאצט אז אלע אינאיינעם האבן מארשירט היבש איבער א מיליאן מענטשן, ביים מארש אין ניו יארק האבן אין שפיץ פון די צענדליגע טויזנטער מארשירט דער מעיאר און דער גאווערנער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל