פרעזידענט טראמפ האט היינט גענומען א פרעצעדענטלאזע שטרענגע שריט צו באשטראפן רוסלאנד אויף די כעמישע אטאקע וואס זי האט דורכגעפירט אין סולסבורי אין וועלכע א געוועזענער רוסישע שפיאן און זיין טאכטער זענען פארקריפלט געווארן, און היינט אינדערפרי פארארדנט צו פארטרייבן פון אמעריקע 60 רוסישע דיפלאמאטן וועלכע האלטן זיך אויף אין אמעריקע, 12 פון זיי וועלכע האלטן זיך אויף אין ניו יארק און ארבייטן אין די פעלקער פאראיין, און נאך 48 ארבייטער אינעם רוסישן אמבאסאדע אין וואשינגטאן

דער פרעזידענט האט געפאסט דעם באשלוס נאכ׳ן אפגעהאלטן לענגערע געשפרעכן מיט דשאן האנטסמאן דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין רוסלאנד און זיין נאציאנאלע זיכערהייטס קאנסיל און אלע זיינע ראטגעבער האבן אים געראטן צו נעמען שטרענגער שריט.

די רוסישע אמבאסאדע אין וואשינגטאן האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין וועלכע זי זאגט אז די איינציגע וועג וויאזוי אמעריקע קען העלפן בריטאניע איז דורך ״בארואיגן די פרעמיער מיניסטארשע״ אז זי זאל זיך נישט לאזן פארפירן פון ״פאלשע געשיכטעס״ און זאגט אז די אטאקע איז אונטערגעשטעלט געווארן צו פארשווארצן די פנים פון רוסלאנד.

אין ליכט פון די מעלדונג פון אמעריקע האבן אויך דענמארק, פראנקרייך, פוילן, און דייטשלאנד געמאלדן אז זיי וועלן באשטראפן רוסלאנד און פארטרייבן א צאל דיפלאמאטן, די דיפלאמאטן זענען אין אלגעמיין אזעלכע וועלכע פארנעמען זיך מיט זאמלן אינפארמאציע און שפיאנאזש.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל