אין עגיפטן ווערט היינט אפגעהאלטן פרעזידענטליכע וואלן, און דער אמטירנדער פרעזידענט אבדעל פאטאח אל-סיסי איז כמעט דער איינציגער קאנדידאט אויפ׳ן שטים צעטל, זיין איינציגע ״קעגנער״ איז זיינס א שטיצער וועלכער ווערט גענוצט בלויז אויף צו צייגן א דעמאקראטישן פנים און א יושר׳דיגע פראצעדור.

אין די לעצטע וואכן האט די רעגירונג פון אל-סיסי זיכער געמאכט אז יעדער ערנסטער קאנדידאט וועלכע קען שטעלן א געפאר צו די רעזשים פון אל-סיסי זאל באזייטיגט ווערן פונעם שטים צעטל, אדער ארעסטירט ווערן אויף כלומר׳שטע קארופציע קלאגעס, און אזוי ארום פארזיכערן א קלארע געווינסט פאר אל-סיסי וועלכע רעגירט איבער עגיפטן מיט אן אייזענעם פויסט.

אל-סיסי ארבייט שטארק צו ארויסברענגען א גרויסע טורנאוט צו קענען צייגן אז ער פארמאגט א ברייטע שטיצע פונעם עגיפטישן פאלק, אבער די ערשטע רעזולטאטן צייגן אז עס הערשט נישט קיין ענטוזיאזם איבער די וואל וועלכע ווערן אפגעהאלטן אין לויף פון די קומענדיגע דריי טאג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל