דער פאפולערער רעפובליקאנער גאווערנער פון פלארידע ריק סקאט האט היינט געזאגט אז ער גרייט זיך צו מאכן א ״גרויסע אנאנסירונג״ דעם קומענדיגן אפריל 9, פאליטישע אנאליסטן זאגן אז עס איז גאנץ קלאר אז דער גאווערנער גרייט זיך דערמיט צו דערקלערן זיין קאנדידאטור פאר׳ן סענאט זיץ, און זוכט צו איבערנעמען דעם זיץ פונעם דעמאקראט ביל נעלסאן.

סקאט פארמאגט שטארקע שטיצע אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי, און אזוי אויך די פערזענליכע שטיצע פון פרעזידענט טראמפ וועלכע האט אים שוין געבעטן עטליכע מאל אין די עפנטליכקייט צו לויפן פאר סענאט.

די דעמאקראטן זענען שוין גרייט פאר זיין קאנדידאטור און האבן שוין געלאזט לויפן רעקלאמעס קעגן דעם גאווערנער, און גרייטן זיך צו אויפברענגען די קריטיק וואס עס איז געווען קעגן אים איבער זיין אנדלונג פון האריקעין אירמע, און אזוי אויך איבער זיין פליפ-פלאפ ווען עס קומט צו אויל גראבונגען ביי די בארטנס פון פלארידע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל