שווייץ – א שווייצער נעא-נאצי וועלכער איז איבערגעפאלן און אטאקירט אן ארטאדאקסישן איד, איז פאראורטיילט געווארן צו צוויי יאר טורמע. דער אינצידענט האט פאסירט אויף א הויפט גאס אין דער שטאט ציריך מיט בערך דריי יאר צוריק, וואו דער פארשוין, גערופן קעווין דזשי. אין די קאורט פאפירן, האט שבת נאכמיטאג געמאכט דעם "הייל היטלער" סאלוט און געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען אויפ'ן איד. ער איז דערנאך פיזיש איבערגעפאלן דעם איד, יענעם ארומגעשטופט און געשפיגן אויף אים, איידער פאליציי זענען אנגעקומען און עס אפגעשטעלט. אצינד וועט ער דינען צוויי יאר טורמע צוליב יענעם אינצידענט, און אויסער דעם וואס ער דארפן באצאלן טויזנט דאלאר קנס געלט פאר דער רעגירונג, און העכער דריי טויזנט דאלאר קאמפענסאציע פאר'ן איד וועמען ער האט אטאקירט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל