וואשינגטאן – ווייסע הויז באאמטע האבן נעכטן געמאלדן, אז פרעזידענט טראמפ וועט נעמען לערי קאדלאו אלס דער נייער ווייסע הויז עקאנאמישע ראטגעבער, וואס קאדלאו וועט ערזעצן גערי קאהן וועלכער האט פארגאנגענע וואך רעזיגנירט פון אמט. קאדלאו איז באקאנט איבער'ן לאנד אלס א קאנסערוואטיווער עקאנאמיסט און קאמענטאטאר איבער עקאנאמישע אנגעלעגנהייטן אויף פארשידענע נייעס סטאנציעס. ער איז זיבעציג יאר אלט און האט שוין ערפארונג מיט'ן ארבעטן אין וואשינגטאן, האבנדיג געדינט אלס נאענטער עקאנאמישער ראטגעבער פאר'ן געוועזענעם רעפובליקאנער פרעזידענט ראנאלד רעיגען. קאדלאו האט אויך געהאלפן פרעזידענט טראמפ צו פארמירן זיינע עקאנאמישע פאליסיס אין לויף פונעם 2016 קאמפיין.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל