פלארידע – פארשידענע אידישע גרופעס אין פלארידע האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויף די ארטיגע סטעיט אויטאריטעטן, אז זיי זאלן זיך נישט רוקן פאראויס מיט א פלאן אנצוהאלטן דעם זומער זייגער איבער'ן לאנד. דער פלארידע סטעיט סענאט האט שוין באשטעטיגט דאס געזעץ אז דער זומער זייגער וועט בלייבן אין אפעקט א גאנץ יאר, אבער פלארידע גאווערנאר ריק סקאט דארף עס נאך אונטערשרייבן – און דא זענען די עסקנים אריינגעקומען און זיי בעטן אז דער גאווערנאר זאל עס נישט אונטערשרייבן, אנצייגנדיג אז אויב דער זומער זייגער וועט אנגעהאלטן ווערן אום ווינטער, באדייט עס אז מ'וועט ערשט קענען זייער שפעט דאווענען שחרית יעדן אינדערפרי, וואס וועט זיין א שטער פאר אידישע איינוואוינער וועלכע יאגן זיך צו דער ארבעט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל