פוילן – א העליש פייער האט נעכטן אויסגעבראכן ביים ציון הקדוש פון הרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע, אבער בחסדי ה' זענען נישט געווען קיין געשעדיגטע. דאס פייער האט אויסגעבראכן אינעם סאמע טאג פון דער הילולא קדישא, כ"א אדר, בעת עס האבן זיך געפונען פילע טויזנטער אידן אויפ'ן הייליגן ציון, מתפלל צו זיין און זיך אויסצובעטן אלעס גוטס ביים גרויסן צדיק, און פון די פילע הונדערטער אנגעצונדענע לעכט, האט זיך אנטוויקלט א פייער, וועלכע האט געברענט אויף דער פאדלאגע און ארום, הארט נעבן קבר פונעם רבי'ן ר' אלימלך זי"ע. די לאקאלע פייערלעשער זענען באלד אלארמירט געווארן, און האבן באוויזן צו ברענגען דאס פייער שנעל אונטער קאנטראל, אן דעם וואס עס זאל האבן געשעדיגט דעם קבר און די מציבה זעלבסט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל