קעניע – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן אנגעהויבן א לענגערע רייזע לענגאויס אפריקאנער לענדער, און נעכטן האט ער זיך געטראפן מיט פירער פונעם "אפריקען פאראיין". זיין רייזע האט זיך אבער גלייך אנגעהויבן מיט מאדנע עפיזאדן, אריינגערעכנט ווען מען האט אים געפרעגט איבער דעם וואס טראמפ האט געזאגט אז אפריקאנער לענדער זענען "שמוץ לעכער". אויך איז אויפגענומען געווארן מיט מאדנע בליקן, ווען טילערסאן האט באזוכט אין עטיאפיע און אראפגעריסן כינע, ווען די רעאליטעט איז אז כינע אינוועסטירט ביליאנען דאלארן מער ווי אמעריקע אין דער עטיאפיער עקאנאמיע, ארויסהעלפנדיג די ארטיגע בירגער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל