וואשינגטאן – דאס ווייסע הויז האט סיגנאליזירט, אז פרעזידענט טראמפ וועט גאנץ מעגליך נאך היינט אונטערשרייבן א פרעזידענטליכע פארארדענונג, וועלכע וועט לאזן אין גאנג די פראצעדורן ארויסצושטעלן די הויכע שטייער שטראפן (טאריפס) אויף אייזן און אלומינום אימפארטס וואס קומען אריין קיין אמעריקע פון אנדערע לענדער. ווייסע הויז באאמטע האבן אויך נעכטן געזאגט, אז טראמפ איז גרייט נאכצולאזן פון דעם וואס ער האט געזאגט אז קיין שום לאנד וועט נישט זיין קיין אויסנאם צו די שטייער שטראפן, נאר טראמפ איז יא גרייט צו מאכן אן אויסנאם פון פארשידענע לענדער, א שטייגער ווי מעקסיקא און קאנאדע, אויב זענען זיי מסכים איבערצוארבעטן דעם נאפטא האנדלס אפמאך.
הוסף רשומת תגובה