פארקלענד – דער פארשוין ניקאלעס קרוז, וועלכער האט דורכגעפירט די ברוטאלע שיסעריי אין דער שולע אין פארקלענד, פלארידע, איז נעכטן געברענגט געווארן פארנט פון א גרענד דזשורי און איז אפיציעל אנגעקלאגט געווארן מיט זיבעצן קלאגעס פון פאראויס-פלאנירטע מארד און באזונדער זיבעצן פשוט'ע מארד קלאגעס, איבער די זיבעצן קרבנות וואס זיין שיסעריי האט אים געקאסט. אפיצירן וועלכע באוואכן קרוז אין טורמע, האבן געשריבן צום געריכט אז ער איז פאלגזאם, אבער ער הייבט קיינמאל נישט אויף די אויגן, און האט א טויטן אויסזען. אויב וועט קרוז געפונען ווערן שולדיג אויף אלע קלאגעס קעגן אים, קען ער אויסשטיין א טויט שטראף אורטייל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל