סאקראמענטא – דער פעדעראלער יוסטיץ דעפארטמענט האט ארויסגעשטעלט געריכטליכע אנקלאגעס קעגן די סטעיט אויטאריטעטן פון קאליפארניע, באשולדיגנדיג אז זיי שטערן די פעדעראלע רעגירונג פון קענען געהעריג אינפארסירן אימיגראציע געזעצן קעגן אומלעגאלע אימיגראנטן. די קלאגעס קעגן קאליפארניע לויטן, אז די סטעיט האט אין די לעצטע מאנאטן דורכגעפירט פארשידענע געזעצן און אפשטימונגען, זיך צו דערקלערן אלס א "סענקשוערי סטעיט", דאס הייסט אז זיי גייען באשיצן אומלעגאלע אימיגראנטן פון ווערן ארעסטירט און דעפארטירט, אונטער די נייע שטייפע אנטי-אימיגראציע פאליסיס פון דער טראמפ אדמיניסטראציע.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל