ווארשא – א פוילישע רעכטע גרופע האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע צוליב אן ארטיקל איבער'ן האלאקאוסט, זייענדיג די ערשטע געריכטליכע אנקלאגע וואס ווערט אריינגעגעבן אונטער'ן נייעם האלאקאוסט געזעץ אין פוילן. די אנקלאגע איז איבער אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין דער ארגענטינער "פאגינא 12" צייטונג, וועלכע האט באשריבן דעם ברוטאלן פאגראם אויף אידן אין יעדוואבנע אין 941', וואו 340 אידן זענען אומגעקומען אין די הענט פון די נאציס און זייערע פוילישע שכנים. מיט'ן ארטיקל, האט די צייטונג צוגעלייגט א בילד פון פוילישע זעלנער וועלכע האבן ביים ענדע פונעם צווייטן וועלט קריג געקעמפט קעגן קאמוניזם, וואס די זעלנער זענען אויך צומאל באגאנגען ברוטאלע שריט קעגן אידן. די רעכטע "פוילישע ליעג" גרופע קלאגט די צייטונג, זאגנדיג אז דאס מיטלייגן דעם בילד פון די פוילישע זעלנער, ביים ארטיקל איבער דעם יעדוואבנער פאגראם, איז א קלארע פאלשע באהויפטונג, אז די פוילישע זעלנער זאלן האבן געשפילט א ראלע אין דעם פאגראם.
הוסף רשומת תגובה