א קאנסילמאן פון וואשינגטאן די-סי האט באשולדיגט אז די 'ראטשילד' מאניפולאציעס מיט'ן וועטער האבן געברענגט אן אומדערווארטעטן שניי-שטורעם אין שטאט.

טרעיאן ווייט, א דעמאקראט, האט פארעפנטליכט א ווידעאו אין וועלכן ער האט גע'טענה'ט אז דער אומגעראכטענער שניי שטורעם איז אנגעברענגט געווארן דורך "די ראטשילדס", וועלכע מאניפולירן דעם וועטער, כדי צו קענען דורך דעם צו מאכן געלט און באקומען דעם קאנטראל איבער גאנצע שטעט.

די דאזיגע קאנספיראציע טעאריע איז א גאנגבאר ארטיקל אין אנטיסעמיטישע קרייזן, און זאגט אז די "ראטשילדס", וואס מיינט בעצם רייכע אידן, האבן פאר זיך געשטעלט א ציל צו מינימיזירן די באפעלקערונג פון צפון אמעריקע, דורכ'ן אנטוויקלען טעכנאלאגיע ארומצושפילן מיט'ן וועטער.

ווייט האט זיך שפעטער אנטשולדיגט און אויסגעדריקט חרטה פאר'ן מאכן דעם סטעיטמענט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל