א איד איז נעכטן דערשטאכן געווארן דורך אן אראבער אין אלטשטאט ירושלים.

דער 32-יעריגער עדיאל קאלמאן הי"ד האט שפאצירט אינעם 'אידישן קווארטאל' פון דער עיר העתיקה, ווען דער 28-יעריגער אראבער, אן איינוואוינער פון שכם, איז צוגעלאפן און אים דערשטאכן. דער רוצח איז דערשאסן געווארן דורך אן אנוועזנדן וועכטער.

קאלמאן, א תושב פונעם רעליגיעזן ישוב 'כוכב השחר' אין שומרון, איז אפגעפירט געווארן אין שערי צדק שפיטאל אין קריטישן צושטאנד, וואו די דאקטוירים האבן פרובירט אים ראטעווען דאס לעבן, אבער אן דערפאלג.

הונדערטער אידן האבן זיך באטייליגט ביי דער הארצרייסנדער לוי', וואס איז אפגעהאלטן געווארן אין זיין היימשטאט.

דער נפטר האט פאר'אבל'ט זיין פרוי און פיר קליינע קינדער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל