אידישע וועטער באריכט


עס איז געווען זוניג און קיהל היינט, אבער די שיינער וועטער איז כמעט פאריבער. צוויי שטורמס קומען צו גיין, דער ערשטע וועט - אזוי ווי פריער גערעדט - נישט דערגרייכן צופוהל העכער צפון ווי לעיקוואוד, אין שטאט בלייבט מערסטענס פארוואלקענט אבער טרוקען. דער צווייטע - און וויכטיגערע - שטורם, האלט אין איין ווערן מער ערענסט פאר אונזער היימישע ערטער. די טרעק איז גוט פאר א גרויסע שניי, און עס קומט לכאורה גענוג נאנט פאר שווערע שניי. די צוויי אישוס וואס האלטן אונז צוריק פון ארויסשרייבען א נומער ווי א פוס אדער מער פאר די שטאט, זענען אז טראצדעם וואס עס וועט זיין אביסעל קעלטער דעם שטורם, איז אבער פאקטיש אזוי שפעט אין ווינטער און ענדע מערץ איז עס שווער צו קלעבען אין שטאט. צווייטענס, טייל מאדעלן ווייזן מילדערע לופט אין טייל פון די אטמאספערע העכער אונז, און דאס קען ברענגען אייז אדער האגעל פאר א טייל פון די שטורם.

אונז וועלן אי"ה האלטן אן אויג אויף דעוועלאפמענט, און ארויסלייגען מער פונקטליכע אמאונטס, ווען מען קומט נענטער צום שטורם. לייכטע שניי קען אנקומען, שפעט דינסטאג נאכט אדער מיטוואך פארטאגס. די שטערקסטע טייל פונעם שטורם, זעהט אויס צו זיין פון ארום מיטוואך מיטאג ביז שפעט ביינאכט. ביי דאנערשטאג צופרי איז דער שטורם אדורך, און זוניגע, ווינטיגע און קיהלע טעג וועטער וועט דעמאלטס גיין ביז שבת. מוצאי שבת און זונטאג קען אנקומען שטורם נומער 5. אבער לאמיר נישט רעדן וועגן דעם, דערווייל.


ניו יארק סיטי
‏📌Winter-storm watch 📌
היינט נאכט -🌛30
דינסטאג-🌥38
נאכט-❄️?☔️32
📌מיטוואך-❄️💨32📌
דאנערשטאג-🌤44
פרייטאג-🌤45
שבת-🌤45
זונטאג-❄️?42
מאנטאג-🌤45

לעיקוואוד
‏📌Winter-storm watch 📌
היינט נאכט -🌛30
דינסטאג-☔️?❄️37
נאכט-❄️?☔️34
📌מיטוואך-❄️⛷💨34📌
דאנערשטאג-🌤45
פרייטאג-🌤45
שבת-🌤45
זונטאג-❄️?☔️42
מאנטאג-🌤45

מאנסי און קרית יואל
‏📌Winter-storm watch 📌
היינט נאכט -🌛20
דינסטאג-🌥38
נאכט-❄️?⛷26
📌מיטוואך-❄️💨32📌
דאנערשטאג-🌤40
פרייטאג-🌤42
שבת-🌤42
זונטאג-❄️?40
מאנטאג-🌤42

מאנטריאל
(קרית טאהש נעמט אראפ 3 דעגריס)
היינט נאכט -🌛10
דינסטאג-🌤27
נאכט-🌛5
מיטוואך-🌤28
דאנערשטאג-🌤38
פרייטאג-🌤36
שבת-🌤36
זונטאג-🌤38




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל