פראקורארן פאר'ן מאנהעטן געריכט האבן אריינגעטראגן אן אנקלאגע קעגן פינף דאקטוירים, מיט דער באשולדיגונג אז זיי האבן באקומען באצאלט פון פארמאסי-פירמעס צו אומנויטיג פארשרייבן פאר פאציענטן צו נעמען שעדליכע 'אָפּיאָד'-דראג מעדיצינען.

די דאקטוירים, אלע פון וועלכע האבן זיך דערקלערט 'נישט שולדיג', זענען אנגעבליך אונטערגעשמירט געווארן דורך פארמאסי-פירמעס צו געבן פאר פאציענטן אומנויטיגע דאזעס פון א געוויסן ספרעי, וואס אנטהאלט א גאר אדיקטיווען דראג.

די פראקורארן זאגן אז זיי זענען אויפגעקומען אויף די שפירן פון די פארברעכנס מיט דער הילף פון צוויי פארמאסי-פירמע סעילסלייט, וואס האבן 'מיטגעארבעט' מיט דער רעגירונג.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל