לאנדאן – די לעיבאר פארטיי אין ענגלאנד האט געמאלדן, אז איר פאליסי פלאטפארמע וועט פון היינט און ווייטער שטיצן דעם געדאנק פון איינשטעלן א נייעם סיסטעם, אז פלייש וואס איז גע'שחט'ן געווארן כשר, אדער דורך מוסולמענער האלאל פראצעדורן, זאל טראגן א ספעציעלן לעיבל, וועלכע זאל ארויסברענגען אז די פלייש איז געקוילעט געווארן אן דעם וואס דער באשעפעניש האט באקומען "שאקס" און אז דער באשעפעניש איז געווען ביים פולן באוואוסטזיין בשעת'ן געקוילעט ווערן. דער געזעץ פארשלאג פון אוועקשטעלן באזונדערע ספעציעלע לעיבלס פאר כשר פלייש, ווערט שוין דעבאטירט א לענגערע צייט אינעם בריטישן פארלאמענט, און טראץ וואס אין רעאליטעט וועט עס נישט אפעקטירן שחיטה פראצעדורן און פארקויף פון כשר פלייש, ברענגט עס א זארג אז עס וועט פארשטערקערן דעם אנטי-שחיטה סענטימענט ביים בריטישן פאלק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל