פלארידע – אויטאריטעטן אין פלארידע זאגן, אז די סורוועילעינס קאמערעס פון א לאקאלן שוהל, נישט ווייט פון וואו די סקול שיסעריי האט פאסירט, וועט מעגליך שפילן א וויכטיגע ראלע אינעם פראצעס קעגן דעם שיסער ניקאלעס קרוז. דער חב"ד חי שוהל געפינט זיך ווייניגער ווי א מייל ווייט פונעם וואלמארט, וואו דער שיסער איז אנטלאפן נאכ'ן דורכפירן די שיסעריי, און ר' הערשל בראנשטיין, וועלכער פירט דעם שוהל, זאגט אז ער האט איבערגעקוקט די סורוועילענס און מען זעט טאקע וויאזוי דער שיסער קרוז שפאצירט דארטן דורך רואיג, גלייך נאכ'ן ענדיגן דורכפירן די שיסעריי. ר' הערשל זאגט אז די עף-בי-איי האט שוין גענומען פון אים די סורוועילעינס קאמערע אפעראטן, און זיי וועלן עס ווארשיינליך נוצן אינעם פראצעס קעגן קרוז. ר' הערשל האט אויך געזאגט אז זיין שוהל שטייט אפן פאר'ן פובליק מיט ספעציעלע סערוויסעס זינט דער שיסעריי, ארויסצוהעלפן מיט עמאציאנעלע הילף אויב ס'פעלט זיך אויס.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל