וואשינגטאן – דער ניו יארק טיימס האט צוזאמגעזעצט א פאנעל, פון 170 פרעזידענטליכע היסטאריקער און עקספערטן, אריינגערעכנט רעפובליקאנער, דעמאקראטן און אינדעפענדענטס, און זיי געבעטן צו שטימען אויף אלע אמעריקאנער פרעזידענטן, ווער עס איז געווען דער ערגסטער, דער בעסטער, און אינדערצווישן. די רעזולטאטן האבן געצייגט אז א מערהייט פונעם פאנעל האלטן אז טראמפ איז דער ערגסטער פרעזידענט אין היסטאריע, און טראמפ'ס פארגייער, באראק אבאמא, איז אריינגעקומען נומער 8, אויף דער ליסטע פון די 10 בעסטע פרעזידענטן. עס ווערט אבער אנגעצייגט אז בשעת א פרעזידענט איז אין אמט, איז ער אייביג זייער אומפאפולער אויף די סארט ליסטעס, און מען קען נעמען א ביישפיל דערצו, דער פאקט אז אין יאר 2014 האט דער זעלבער פאנעל געזאגט אז אבאמא איז אזוי נידריג ווי נומער 18 אויף דער ליסטע פון גוטע פרעזידענטן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל