קיעוו – צום ערשטן מאל אין אוקראינע'ס היסטאריע, ווערן די ארטיגע הייזער און געביידעס אנגעווארימט דורך קוילן וואס קומט פון די ווייטע פאראייניגטע שטאטן. די רעאליטעט איז צושטאנד געקומען א דאנק דעם וואס די אוקראינישע רעגירונג האט באוויזן אנצוקניפן גאר פריינטליכע באציאונגען מיט דער טראמפ אדמיניסטראציע, אריינגערעכנט א ווארימער באזוך פונעם אוקראינישן פירער פעטרא פאראשענקא פאראיאר זומער אין ווייסן הויז. אוקראינישע רעגירונג באאמטע וועלכע זענען באקאנט מיט די דעטאלן, זאגן אז סיי די טראמפ אדמיניסטראציע און סיי אוקראינע, בענעפיטירן פונעם קוילן-פארקויף אפמאך, וויבאלד טראמפ האט פארשפראכן פאר דער אמעריקאנער קוילן-גראבונג אינדוסטריע זיי צו ברענגען פרישע עקאנאמישע מעגליכקייטן, און אוקראינע האט א מאנגל אין קוילן, און דעריבער איז געשלאסן געווארן א דיעל שוין מיט עטליכע מאנאטן צוריק, אז אמעריקאנער קוילן פירמעס וועלן צושטעלן קוילן פאר אוקראינע – אין דער צייט וואס אין אמעריקע איז שוין קוילן כמעט מער נישט אין באנוץ.
הוסף רשומת תגובה