ירושלים – נעכטן האט מען געהערט קאטעגארישע רייד פונעם אמעריקאנער אמבאסאדאר אין מדינת ישראל, דעיוויד פרידמאן, וועלכער האט געזאגט אז אמעריקע וועט נישט שטיצן קיין פאלעסטינער פארלאנג אז אלע אידישע מתנחלי'שע ישובים אינעם מערב ברעג זאלן ווערן עוואקואירט, אלס טייל פון א שלום אפמאך, ווייל "עס וועט פירן צו א בירגער קריג אין מדינת ישראל". אמבאסאדאר פרידמאן האט דאס געזאגט ביי א פריוואטע זיצונג אין ירושלים, וואו ער האט פארזיכערט פאר עטליכע ציוניסטישע פיגורן, אז זיי קענען זיין רואיג, ווייל די מתנחלי'שע ישובים אינעם מערב ברעג וועלן פארבלייבן א רעאליטעט און גייען קיינמאל נישט אפגעשאפן ווערן. ביי דער זיצונג האט אמבאסאדאר פרידמאן אויך ווידערהאלט, אז אין בערך א יאר ארום, וועט שוין די אמעריקאנער אמבאסאדע זיין אריבערגערוקט פון תל אביב קיין ירושלים.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל