עס איז נישט קיין נייעס אז די ״וויקיליעקס״ וועבזייטל האט אנגעמאכט שטארקע שאדנס פאר׳ן דעמאקראטישן קאנדידאט אין די פארלאפענע פרעזידענטליכע וואלן, אבער עס איז געווען אומקלאר אויב זיי האבן געהאט א דירעקטע אגענדע קעגן דעם דעמאקראטישן קאנדידאט, אדער האבן בלויז פארשפרייט אינפארמאציע אויף וועלכע זיי האבן געקענט לייגן אן האנט.

אצינד איז אויפגעדעקט געווארן פריוואטע קארעספעדאנץ פונעם וויקיליעקס גרונדער דשוליאן אסאנדש ווי ער שטרייכט אונטער קליפ און קלאר אז ער זוכט צו העלפן ערוועלן דאנעלד טראמפ. אין די געשריבענע קארעספאדענץ שרייבט אסאנדש ״מיר גלייבן אז עס איז פיל בעסער אז דאנעלד טראמפ זאל ערוועלט ווערן״ און רייסט אראפ הילערי קלינטאן אלס א ״סאדיסטישע פסיכאפאט״.

ווי באריכטעט האט וויקליעקס אין לויף פון די וואל קאמפיין אויפגעדעקט פריוואטע אימעילס פון הילערי קלינטאן און פון דעמאקראטישע פארטיי פירער אין וועלכע עס איז ארויסגעקומען אז די פארטיי שישקעס האבן געהאלפן קלינטאן געווינען די פריימעריס, א זאך וואס האט געשאדט פאר קלינטאן צווישן בערני סאנדערס שטיצער.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל