מיט עטליכע טעג נאכ'ן ערשטן עפנטליכן ריס צווישן דעם מדינת ישראל פרעמיער און פרעזידענט טראמפ, האט דאס ווייסע הויז געמאלדן אז די צוויי פירערס וועלן זיך טרעפן אין וואשינגטאן די-סי קומענדיגן חודש.

נתני' וועט קומען קיין אמעריקע צו דער יערליכער קאנפערענץ פון דער פרא-מדינת ישראל לאבי, 'עיפעק', וואו ער איז דערווארטעט אויפצוטרעטן.

די באגעגעניש קומט נאכ'ן ערשטן עפנטליכן ריס צווישן די צוויי, ווען די טראמפ-אדמיניסטראציע האט אפגעווארפן א באריכט דורך נתני', אז ער שמועסט זיך דורך מיט'ן פרעזידענט איבער דער מעגליכקייט פון אנעקסירן טיילן פון יהודה ושומרון.

א ווייסע-הויז ווארטזאגער האט אפגעלייקנט דעם באריכט, וואס האט געפירט די מדינת ישראל רעגירונג צוריקצוציען פון דעם סטעיטמענט.

"דער ענין איז שוין הינטער אונז," האט א סטעיט דעפארטמענט ווארטזאגער דערקלערט צו דער מדינת ישראל מידיא, נאכ'ן אנגעפרעגט ווערן איבער דער "מיספארשטענדעניש".

בילד.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל