קוואלן אין דער פראקוראטאר האבן אין א געשפרעך מיט דער מדינת ישראל מידיא געזאגט, אז די פאליציי האט נישט צוגעשטעלט קיין גענוג זאכליכע באווייזן צו שטיצן איר רעקאמענדאציע פון אנקלאגן דעם פרעמיער מיניסטער.

די דעקלאראציע קומט מיט א טאג נאך דעם וואס דער ארטיגער פאליציי דעפארטמענט האט איבערגעגעבן די רעזולטאטן פון אן אויספארשונג איבער אנגעבליכער קארופציע דורך דעם פרעמיער מיניסטער בנימין נתני'.

"נישט אלע רעקאמענדאציעס זענען אונטערגעשטיצט דורך באווייזן," האט יענער קוואל געזאגט.

די ווערטער ברענגען צום אויבערפלאך א טיפערן ריס צווישן דער פאליציי און די געריכטס-פראקורארן וועגן וועלכן די פרעסע האט באריכטעט מיט א שטיק צייט צוריק, אין וועלכן די פראקוראטאר זאל האבן אויסגעדריקט סקעפטיציזם איבער די מסקנות פון די פאליצייאישע אויספארשערס.

די פאליציי, וועלכע איז באפולמעכטיגט דורכצופירן אזעלכע אויספארשונגען, האט רעקאמענדירט פאר דער רעגירונגס-פראקוראטאר אנצוקלאגן דעם פרעמיער, אבער די החלטה ליגט ביים הויפט פראקוראטאר, אביחי מאנדעלבליט, וועלכער איז לויט די באריכטן נישט איבערצייגט אין די באהויפטונגען פון דער פאליציי.

בילד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל