בעלגיע – א 24 יעריגער מוסולמענער אימיגראנט איז צייטווייליג ארעסטירט געווארן דורך בעלגישע פאליציי אין אנטווערפן, נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אין א סעריע אנטיסעמיטישע האס-פארברעכנס, אריינגערעכנט וואנדאליזירן מזוזות פון צוואנציג אידישע הייזער. דער זעלבער פארשוין - ווי שוין נעכטן באריכטעט - דרייט זיך שוין אין דער אידישער געגנט עטליכע וואכן, און טוט פארשידענע אגרעסיווע שריט קעגן אידן, אריינגערעכנט וואנדאליזירן מזוזות, און אויך נאכשרייען אידישע פיסגייער, מיט אזעלכע לאזונגען ווי "דאס איז אונזער לאנד, פאלעסטינע! מיר וועלן ענק ווייזן!", און ביי איין פאל האט ער אראפגעווארפן א הוט פון א אידישן פוסגייער. אויך ווערט דער פארשוין באשולדיגט אין אראפלייגן מוסולמענער קוראן-ביכער נעבן עטליכע בתי מדרשים אין דער שטאט. עס איז נישט קלאר פארוואס ער איז באפרייט געווארן נאך עטליכע שעה, טראץ וואס ס'איז שוין די צווייטע מאל וואס ער ווערט ארעסטירט פאר אזעלכע פארברעכנס.

זעה ווידיא

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל