ווילנא – א הויכראנגיקער באאמטע אינערהאלב דער ווילנער רעגירונג ווערט באשולדיגט אין פארשפרייטן אנטיסעמיטיזם. דער פארשוין וויגיליאס סאדוסקאס (Vigilijus Sadauskas), איז געשטעלט אלס דער פירער פון דער רעגירונג אפטיילונג וועלכע שטעלט אוועק די עטישע פארשריפטן און פראצעדורן פאר אוניווערסיטעטן איבער'ן לאנד, און אין א לעצטערן ארטיקל, האט ער געשריבן אז ער איז וויליג צו באצאלן טויזנט יוראס, וואס באטרעפט ארום צוועלף הונדערט דאלאר, פאר סיי וועלכן פראפעסאר אדער סטודענט וואס קען אפשרייבן אן ארטיקל מיט קלארע באווייזן אז אידן זענען באגאנגען מלחמה פארברעכנס און מארדן ביים צווייטן וועלט קריג. סאדוסקאס' קאמענטארן און פארמעסט זענען שטארק אראפגעריסן געווארן, און וויקטאראס פראנסיעטיס, ספיקער פונעם ליטע פארלאמענט, האט פארלאנגט אז סאדוסקאס זאל רעזיגנירן.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל