סעאל – אצינד אז די אלימפיק שפילן אין דרום קארעא האבן זיך שוין אנגעהויבן, זעט מען אן ערנסטן פיבער פון שלום צווישן די פרייע דרום קארעא און די קאמוניסטישע צפון קארעא. די שפילער פון דרום קארעא און צפון קארעא, וועלכע נעמען אנטייל אין פארשידענע "אייז-ספארטס" פארמעסטן, האבן זיך געהאט צוזאמגעשטעלט און זיי שפילן ווי גלייך זיי זענען א גרופע פון איין פאראייניגט לאנד, און דאס איז צושטאנד געקומען א דאנק היסטארישע און זעלטענע געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער אין די לעצטע פאר וואכן. אויך זעט מען אז די שוועסטער פונעם צפון קארעאר דיקטאטור, קים יאנג אן, נעמט אנטייל ביי די אלימפיק צערעמאניעס און איז געווארן זייער פריינטליך און ווארעם אויפגענומען – וואס דאס אלעס גיט צו צום גייסט אז די צוויי קארעאס זאלן פאראויסשטופן א שלום פלאן, און מעגליך טאקע א פאראייניגונגס פלאן, צו פאראייניגן ביידע קארעאס, ווי עס איז געווען ביז יאר 945'.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל