טעהראן – הונדערטער טויזנטער איראנער בירגער זענען נעכטן ארויסגעקומען אין די גאסן און האבן געפייערט און מארשירט, אפצייכענענדיג 39 יאר פון ווען עס האט פאסירט די איסלאמישע רעוואלוציע אין לאנד אין יאר 1979, וואס דאן איז איינגעשטעלט געווארן דער יעצטיגער סיסטעם פון מוסולמענער קלעריקס און א מוסולמענער אויטאריטעט אין לאנד.

די מארשן און פייערונגען האבן אריינגענומען א מיליטערישע פאראדע, ביי וועלכע דאס איראנער מיליטער האט זיך געגרויסט מיט אירע סאמע נייעסטע סארט מיסילס און מיליטערישע געצייג, און מען האט אויך געהערט א רעדע פונעם איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני, וועלכער האט אפגעלאכט פון אמעריקע, זאגנדיג אז אמעריקע'ס סטראטעגיע אינעם מיטל מזרח, פון וועלן צעשפליטערן די אראבישע לענדער צווישן זיך, איז א טאטאלער דורכפאל.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל