מאסקווע – א רוסישע פאסאזשיר פליגער האט אראפגעקראכט נעבן מאסקווע, נישט לאנג נאכדעם וואס עס האט זיך געהויבן, אומברענגענדיג אלע 71 מענטשן דערויף. דער קראך האט פאסירט ווען דער "סאראטאוו עירליינס" פליגער האט זיך געהויבן פון מאסקווע, זייענדיג אויפ'ן וועג צו דער שטאט ארסק אינעם ארענבורג ראיאן. די טעמפעראטורן זענען געווען ארום מינוס-5 צעלסיוס מיט אביסל שניי, ווען דער פליגער האט געקראכט, און דעריבער זאגן די אויספארשער אז דערווייל זעט נישט אויס ווי דער וועטער האט געשפילט א גרויסע ראלע אינעם קראך. דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, אויסצודרוקן טרייסט-וואונטשן פאר די אלע וועלכע האבן פארלוירן פאמיליע-מיטגלידער אינעם קראך, און פוטין האט אין זיין סטעיטמענט באשטעטיגט אז אלע 71 זענען אומגעקומען. די רעגירונג האט פארארדענט א ברייטע אויספארשונג, נישט אויסשליסנדיג די מעגליכקייט פון א קרימינאלן אקט.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל