וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן זיך ארויסגעכאפט מיט ווערטער, זאגנדיג אז פון זיין פערספעקטיוו זע נישט אויס ווי מדינת ישראל זוכט בכלל שלום צו מאכן מיט די אראבער. דאס איז געווען א זעלטענע אפענע סטעיטמענט פון פרעזידענט טראמפ, וועלכער שטעלט זיך ארויס נאכאנאנד אלס דער שטארקסטער פרא-איזראעל אמעריקאנער פרעזידענט אין היסטאריע.

טראמפ האט געגעבן אן אינטערוויו פאר דער "ישראל היום" פובליקאציע, אין וועלכע ער האט געזאגט צווישן אנדערן, "יעצט, וואלט איך געזאגט אז די פאלעסטינער זוכן נישט צו מאכן שלום, זיי זוכן נישט צו מאכן שלום, און כ'בין בכלל נישט זיכער אז מדינת ישראל זוכט יא צו מאכן שלום. טא, מיר גייען פשוט מוזן ווארטן און זען וואס עס פאסירט".

שפעטער האט טראמפ צוגעלייגט, אין זעלטן-אויפריכטיגע קאמענטארן, אז ער האלט אז די איזראעלישע מתנחלי'שע זידלונגען זענען א שטער פאר שלום. "מיר וועלן רעדן וועגן די אקופירטע שטחים. די זידלונגען זענען עפעס וואס טוט שטארק קאמפליצירן, און האט אייביג קאמפליצירט, דאס שלום מאכן." טראמפ האט צוגעענדיגט אז "איך האלט אז איזראעל דארף זיין זייער פארזיכטיג מיט די אקופירטע שטחים".

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל