וואשינגטאן – געניטע פאליטישע אויגן האבן אויפגעכאפט, נעכטן ווען דאס ווייסע הויז האט פובליצירט זייער בודזשעט פארשלאג פאר'ן יאר 19' למספרם, אז עס אנטהאלט אויך געלטער צו פינאנצירן די אויספארשונג וואס ווערט געפירט דורכ'ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פארשט מעגליכע אומלעגאלע קאאפעראציע צווישן דעם טראמפ קאמפיין און די רוסישע רעגירונג. אינעם בודזשעט שטייט, אז די טראמפ אדמיניסטראציע שטעלט אוועק צען מיליאן דאלאר פאר דער מוללער אויספארשונג אויף יאר 19', וואס צייגט קלאר אז דאס ווייסע הויז גרייט זיך אז די אויספארשונג זאל זיך אריינציען פאר איבער נאך איין גאנצע יאר, און דאס איז אנדערש ווי דאס וואס זיי זאגן אין פובליק, אז זיי ווייסן אז די אויספארשונג גייט זיך אט אט ענדיגן. טראמפ'ס לאיער טאי קאב האט קאמענטירט נעכטן, "מיר זוכן נישט צו צווינגען מוללער אפצושטעלן זיין אויספארשונג, נאר מיר האפן אז דעם פרעזידענט'ס טייל אין דער אויספארשונג זאל געענדיגט ווערן וואס שנעלער.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל