פענסילוועניע – פאליציי האבן נעכטן דורכגעפירט א קאנטראלירטן אויפרייס, אויף א פארדעכטיגטן פעקל וועלכע איז איבערגעלאזט געווארן ביי א אידישן קאמיוניטי צענטער אין פיטסבורג, פענסילוועניע. לאקאלע אידן האבן אלארמירט די פאליציי ווען זיי האבן געזען דאס פעקל ליגן פארדעכטיגטערהייט נעבן דעם פארקינג גאראדזש פונעם קאמיוניטי צענטער, און די פאליציי איז באלד אנגעקומען, אינאיינעם מיט ספעציעלע "באמבע סקוואד" אפיצירן, וועלכע האבן געשיקט א ראבאט אונטערצוזוכן דאס פעקל. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס איז געווען א זאק פון בוי-געצייג וואס אן ארבעטער האט דארטן איבערגעלאזט, אבער אלס פארזיכטיגקייט, האבן די פאליציי דורכגעפירט א קאנטראלירטן אויפרייס און אויפגעריסן דאס פעקל. דער אידישער קאמיוניטי צענטער איז געווען אפגעשפארט פאר ארום צוויי שעה, צוליב דער גאנצער דראמא, אבער די לאקאלע אידן האבן געלויבט השי"ת אז ס'האט זיך אויסגעלאזט מיט בלויז שרעק.

בילד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל